דער U.S . דעפּאַרטמענט פֿוּן געזוּנטהײַט אוּן הוּמאַן באַדינוּנגען (HHS ) אָפֿיס פֿאַר ציווילע רעכטן (OCR ) פֿירט דוּרך עטלעכע ציווילע רעכטן געזעצן װעלכע פֿאַרבאָטן דיסקרימינאַציע. די נעמען אַרײַן, אָבער זײַנען ניט באגרענעצט צוּ, דעם טיטל VI פֿוּן די ציווילע רעכטן אַקט פֿוּן 1964 אוּן זײַנע אײַנפֿירנדע רעגוּלאַציעס (טיטל VI )1 , װאָס פֿאַרבאטן דיסקרימינאַציע באַזירט אױף ראַסע, קאָליר, אָדער נאַציאָנעלער שטאַם אין סײַ וועלכע פּראָגראַם אָדער אַקטיװיטעט װאָס באַקוּמט פֿעדעראַל פֿינאַנסיעלע הילף פֿוּן דעם דעפּאַרטמענט, אוּן אָפּטיילוּנג 1557 פֿוּן דעם פּאַציענט באַשיצוּנג אוּן אַפֿאָרדאַבאַל קעיר אַקט אוּן זײַנע אַײַנפֿירנדע רעגוּלאַציעס (אָפּטיילוּנג 1557), װאָס אױך פֿאַרבאָטן דיסקרימינאַציע אױף פֿאַרשידענע באַזעס, אַרײַנגענוּמען, אָבער ניט באַגרענעצט צוּ, ראַסע, קאָליר אוּן נאַציאָנעלער שטאַם, אין באַצאָלטע געזוּנטהײַט פּראָגראַמען אוּן אַקטיװיטעטן.2 דער בוּלעטין באַשרײַבט װי אַזױ די געזעצן זײַנען מעגלעך צוּ באַשיצן אינדיװידוּעלן װאָס זײַנען אָדער זײַנען מערקבאַר צוּ זײַן ייִדיש, קריסטלעך, מוּסלים, סיקה, הינדוּ, בוּדדהיסט אָדער פֿוּן אַן אַנדער רעליגיעזע גרוּפּע.
װעלכע פֿעדעראַל געזעצן באַשיצן מענטשן פֿוּן אוּמגעזעצלעכע דיסקרימינאַציע באַזירט אױף געמיינזאַמע אָפּשטאַם אָדער עטנישע אייגנשאַפֿטן?
טיטל VI אוּן אָפּטיילוּנג 1557'ס באַשיצוּנג פֿוּן ראַסע, קאָליר, אָדער נאַציאָנעלער שטאַם דיסקרימינאַציע פֿאַרברייטערט זיך צוּ אינדיװידוּעלן װאָס איבערלעבן דיסקרימינאַציע, אַרײַנגענוּמען פּלאָגן, באַזירט אױף זײער פֿאַקטישע אָדער מערקבאַרע: (i ) געמיינזאַמע אָפּשטאַם אָדער עטנישע אייגנשאַפֿטן; אָדער (ii ) בירגערשאַפֿט אָדער װױנוּנג אין אַ לאַנד מיט אַ דאָמינאַנטע רעליגיע אָדער באַזוּנדער רעליגיעזע אידענטיטעט.
טיטל VI אוּן אָפּטיילוּנג 1557 פֿאַרבאָטן דיסקרימינאַציע קעגן אינדיװידוּעלן, אַרײַנגענוּמען די װאָס זײַנען אדער זײַנען מערקבאַר אַלס ייִדיש, קריסטלעך, מוּסלים, סיקה, הינדוּ אָדער בוּדדהיסט, אָדער פֿוּן אַן אַנדער רעליגיעזע גרוּפּע, אױב די דיסקרימינאַציע איז באַזירט אױף זײער אָפּשטאַם אָדער עטנישע אייגנשאַפֿטן.
בײַשפּילן פֿוּן די סאָרטן אינצידענטן װאָס קענען, אָפּהענגיק אױף די ספּעציפֿישע פֿאַקטן אוּן אוּמשטענדן, ברענגען זאָרג אוּנטער טיטל VI אוּן אָפּטיילוּנג 1557
- אַ שפּיטאָל זאָגט אָפּ פּערסאָנאַל אָדער אַנשטאַלט פּריווילעגיעס צוּ אַן איראַקישע מעדיצינישע רעזידענט װײַל זי רעדט מיט אַ פֿרעמדן אַקצענט אוּן טראָגט אַ טראַדיציאָנעלע קאָפּטוּך.
- אַ פּאַציענט אין אַ נויטפֿאַל צימער פֿאַרלאַנגט אַז אַ שפּיטאָל זאָל טוישן זײַן דאָקטער װײַל דער פּאַציענט פֿאַרגלײַכט דעם משפּחה נאָמען פֿוּן דאָקטער מיט ייִדישקײַט אוּן ישׂראל, אוּן דער שפּיטאָל געבט נאָך דעם פֿאַרלאַנג.
- אַ גײַסטיק געזוּנטהײַט קליניק שטעלט צוּ אין אַלגעמײן שוואַכע באַדינוּנגען, אַרײַנגענוּמען לענגערע צייט צוּ װאַרטן, צוּ אַן אינדיװידוּעל וואָס איז מערקבאַר צוּ קוּמען פֿוּן אַ פֿרעמדן לאַנד צוּליב זײַן רעליגיעזע קליידוּנג.
װײַטערדיקע באַשיצוּנגען
OCR פֿירט אױך דוּרך אַנדערע פֿעדעראַל געזעצן װאָס פֿאַרבאָטן רעליגיעזע דיסקרימינאַציע אין געוויסע פֿאַרבינדוּנגען, אַרײַנגענוּמען:
- אָפּטיילוּנג 508 פֿוּן די סאָשאַל סעקיוּריטי אַקט פֿאַרבאָט דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן עלטער, ראַסע, קאָליר, נאַציאָנעלער שטאַם, דיסאַביליטי, געשלעכט, אָדער רעליגיע אין די מאַטערנעל אוּן קינד געזוּנטהײַט באַדינוּנגען בלאָק גרענט (42 USC § 708 ).
- אָפּטיילוּנג 533 פֿוּן די פּוּבליק געזוּנטהײַט באַדינוּנג אַקט פֿאַרבאָט דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן עלטער, ראַסע, קאָליר, נאַציאָנעלער שטאַם, דיסאַביליטי, געשלעכט, אָדער רעליגיע אין פּראָיעקטן פֿאַר הילף אין איבערגאַנג פֿוּן היימלאָזקײט (42 USC § 290cc-33 ).
- אָפּטיילוּנג 1908 פֿוּן די פּוּבליק געזוּנטהײַט באַדינוּנג אַקט פֿאַרבאָט דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן עלטער, ראַסע, קאָליר, נאַציאָנעלער שטאַם, דיסאַביליטי, געשלעכט, אָדער רעליגיע אין פּראָגראַמען, באַַדינוּנגען, אוּן אַקטיװיטעטן באַצאָלט דוּרך פּרעװענטיװע געזוּנטהײַט אוּן געזוּנטהײַט באַדינוּנגען בלאָק גרענטס (42 USC §300w-7 ).
- אָפּטיילוּנג 1947 פֿוּן די פּוּבליק געזוּנטהײַט באַדינוּנג אַקט פֿאַרבאָט דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן עלטער, ראַסע, קאָליר, נאַציאָנעלער שטאַם, דיסאַביליטי, געשלעכט, אָדער רעליגיע אין פּראָגראַמען, באַדינוּנגען, אוּן אַקטיװיטעטן באַצאָלט דוּרך קאָמיוּניטי גײַסטיק געזוּנטהײַט באַדינוּנגען בלאָק גרענט אוּן סוּבסטאַנץ אביוּז פּרעווענשאָן אוּן באַהאַנדלוּנג בלאָק גרענטס (42 USC § 300x-57 ).
- די משפּחה געוואַלט פּרעווענשאָן אוּן באַדינוּנגען אַקט פֿאַרבאָט דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן ראַסע, קאָליר, נאַציאָנעלער שטאַם, דיסאַביליטי, געשלעכט, אָדער רעליגיע אין פּראָגראַמען, באַדינוּנגען, אוּן אַקטיװיטעטן באַצאָלט אוּנטער דעם אַקט (42 USC § 10406 ).
- די קאָמוּניקאַציעס אַקט פֿוּן 1934, ווי פאַרראָכטן דוּרך גלײַכע באַשעפֿטיקוּנג געלעגנהײַט געזעצן, פֿאַרבאָט באַשעפֿטיקוּנג דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן עלטער, ראַסע, קאָליר, רעליגיע, נאַציאָנעלער שטאַם, אָדער געשלעכט דוּרך פֿעדעראַל-באַצאָלטע פּוּבליק טעלעקאָמוּניקאַציע אָרגאַניזאַציעס (47 USC § 398 ).
- פּּאַציענט באַזוּך רעכטן פֿאַרבאָטן רעליגיעזע דיסקרימינאַציע אין פּאַציענט באַזוּכן ביי שפּיטאָלן אוּן לאַנגע-טערמין קעיר אַנשטאַלטן באַצאָלט דוּרך Medicare אוּן Medicaid (42 C.F.R. § 482.13(h), 42 C.F.R. § 483.10(f)(4)(vi)(C)) .
בײַשפּילן פֿוּן אינצידענטן װאָס מעגן, אָפּהענגיק אױף די ספּעציפֿישע פֿאַקטן אוּן אוּמשטענדן, ברענגען זאָרג אוּנטער די אויטאָריטעטן:
- אַן HHS -באַצאָלטע נאָן-פּראָפֿיט געזוּנטהײַט קליניק זאָגט אָפּ ערשט-קלאַסיגע קעיר באַדינוּנגען צוּ סײַ וועלכער פּאַציענט װאָס אידענטיפֿיצירט זיך אַלס אַ דזשעהאָוואַה'ס עדוּת.
- אַ נוירסינג הײם דערלױבט דעם פּערסאָנאַל זאָל צעשטערן דעם פּאַציענט'ס אוּמגעבוּנג װאָס שטעלט פֿאָר געוויסע רעליגיעזע בילדער.
- שפּיטאָל פּערסאָנאַל האַלט אָפּ באַדײַטיק דאָס באַהאַנדלען אַ פּאַציענט װײַל דער פּאַציענט טראָגט אַ האַלדזבאַנד מיט אַ רעליגיעזער עמבלעם.
- אַ לאַנגע-טערמין קעיר אַנשטאַלט לייגט ארויף אױף אײַנוווינער פֿוּן אַ געוויסע רעליגיע גרעסערע באַגרענענצוּנגען אויף רעליגיעזע/פּאַסטאָראַל באזוּכן װי עס שטעלט אויף אײַנוווינער פֿוּן אַן אַנדערן גלויבן.
װאָס קען אַ מענטש טאָן אױב אַן אינדיװידוּעל איבערלעבט דיסקרימינאַציע באַזירט אױף געמיינזאַמע אָפּשטאַם אָדער עטנישע אייגנשאַפֿטן?
יעדער װאָס גלײבט אַז זײ זײַנען דיסקרימינירט באַזירט אױף ראַסע, קאָליר, אָדער נאַציאָנעלער שטאַם קען אַרײַנגעבן אַן אָנקלאַגע פֿוּן דיסקרימינאַציע מיט OCR . צוּ אַרײַנגעבן אַן אָנקלאַגע, באַזוּכט: https://www.hhs.gov/civil-rights/filing-a-complaint/index.html.
װײַטערדיקע רעסוּרסעס
צוּ לערנען מער װעגן נאָן-דיסקרימינאַציע אױף די באַזע פֿוּן ראַסע, קאָליר, נאַציאָנעלער שטאַם, געשלעכט, עלטער, אוּן דיסאַביליטי; געװיסן אוּן רעליגיעזע פֿרײַהײַט; אוּן געזוּנטהײַט אינפֿאָרמאַציע פּריװאַטקײַט געזעצן, ביטע באַזוּכט: https://www.hhs.gov/ocr/index.html.
ביטע באַמערקט אַז דעם ריסאָרס האָט ניט דעם מאַכט אוּן ווירקוּנג פֿוּן געזעץ. HHS 'ס דוּרכפֿירוּנג פֿוּן טיטל VI, 1557Endnotes
1 42 U.S.C. § 2000d et seq. , ווי אײַנגעפֿירט דוּרך 45 C.F.R . טײל 80.
2 42 U.S.C. § 18116 et seq. , ווי אײַנגעפֿירט דוּרך 45 C.F.R . טײל 92.A